Skip to main content
Press Release

געוועזענער הויפט פוןיעריגע מיידל כדי זיך צו פארנעמען מיט סעקסועלע מעשים בארא פארק חברה שומרים געבט זיך איין אלס שולדיג פאר׳ן אריבערפירן א 15-

For Immediate Release
U.S. Attorney's Office, Eastern District of New York

יעקב דאסקאל האט זיך איינגעגעבן אלס שולדיג אום יולי 14, 2023 פאר׳ן טראנספארטירן א קינד מיט׳ן כוונה צו באגיין סעקסועלע פארברעכנס.  די היינטיגע פראצעדור איז פארגעקומען ביים יונייטעד סטעיטס דיסטריקט ריכטער ניקאלאס דזשי. גאראופיס.  אלס טייל פון זיין שולד איינגעבונג, האט דער באשולדיגטער מסכים געווען אויף אן אורטייל פון בערך 14 ביז 17 א האלב יאר אין טורמע. אלס טייל פון דעם שולד איינגעבונג, מוז דאסקאל זיך רעגיסטרירן אלס א סעקס פארברעכער.

ברעאן פיעס, יונייטעד סטעיטס אטוירני פאר׳ן איסטערן דיסטריקט פון ניו יארק האט אויסגעמאלדן דעם שולד איינגעבונג. 

״דער באשולדיגטער האט מודה געווען אז ער האט אויסגעניצט אויף בייזן זיין מאכט, צוטרוישאפט און פאזיציע אינערערהאלב דער קאמיוניטי דורך באגיין שענדליכע מעשים קעגן א קינד אין זיין אויפפאסונג,״ האט געזאגט יונייטעד סטעיטס אטוירני פיעס.  ״מיר ווילן אז געליטענע קרבנות איבעראל זאלן הערן דעם שולד הודאה אלס אונזער אפיס׳ס אנגייענדע דעקלעראציע אז קיינער שטייט נישט העכער פונעם געזעץ און מיר וועלן ברענגען צו יוסטיץ די וועלכע בא׳עוולה׳ן אונזערע קינדער.״ 

מר. פיעס האט אויסגעדרוקט זיין דאנקבארשאפט פאר׳ן פעדעראלער ביורא פון פארשונג (׳פעדעראל ביורא אוו אינוועסטיגעשען׳), ניו יארק פיעלד אפיס, דעם קינגס קאונטי דיסטריקט אטוירני׳ס אפיס און דעם ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט.

ווי פארגעלייגט אין געריכט דאקומענטן, איז דער באשולדיגטער געווען הויפט פון בארא פארק חברה שומרים (די ״שומרים״), א פריוואטע, ארטאדאקסיש-אידישער שמירה גרופע פארבינדן מיט׳ן ניו יארק פאליציי דעפארטמענט.  אין פרילינג 2017, האט דער פארדעכטיגטער, אויסניצנדיג זיין פאזיציע אין שומרים, זיך פארבינדן מיט א 15-יעריגע מיידל, וועם ער האט אריינגעברענגט ביי זיך אינדערהיים און איר איבערגערעדט און גרייט געמאכט פאר סעקס.  צווישן אוגוסט און נאוועמבער 2017, איז דער באשולדיגטער, וועלכער איז דאן געווען 58 יאר אלט, באגאנגען סעקסועלע מעשים אויף דעם 15-יעריגן קרבן. 

דורכאויס דעם זומער 2017, איז פארגעקומען די סעקסועלע געפירעכץ הויפטזעכליך ביי דאסקאל אינדערהיים אין ברוקלין, ניו יארק, און ביי זיין זומער הויז אין סאוט פאלסבורג, ניו יארק.  דער באשולדיגטער האט אפט טראנספארטירט דעם קרבן צווישן די צוויי ערטער דורכפארנדיג ניו דזשערזי.   אין ענדע אוגוסט, האט זיך דער באשולדיגטער, אינאיינעם מיט זיין פאמיליע, און די געליטענע קרבן, זיך אומגעקערט פול-צייטיג צו זיין הויז אין ברוקלין, וואו דאס בא׳עוולה׳ען איז ווייטער אנגעגאנגען.  אזוי ווי דער סקול יאר האט זיך אנגעהויבן, האט דער באשולדיגטער געהאלפן דעם קרבן טרעפן א נייע סקול אין שיקאגא, אילינאי, און אין אקטאבער 2017 האט זי זיך אהינגעצויגן אויף צו גיין אין סקול און צו וואוינען מיט אן אנדערער פאמיליע.  בשעת די געליטענע איז געווען אין שיקאגא, האט דער באשולדיגטער קאמוניקירט מיט איר דורך טעקסט מעסעדזשעס און איבער סקייפ ווידעאו טשעט.  אום אדער בערך נאוועמבער 5, 2017, איז דער באשולדיגטער געפארן קיין שיקאגא פאר א טאג אויף צו באזוכן די בא׳עוול׳טע.  דער באשולדיגטער האט געדינגען א האטעל צימער אין שיקאגא, און געברענגט דעם קרבן צום האטעל פאר סעקסועלע מעשים און אָורעל סעקס.  ער איז צוריקגעפלויגן יענעם אוונט קיין ניו יארק.

דורכאויס דאס בא׳עוולה׳ען, האט דער באשולדיגטער אנגעזאגט דעם קרבן אויסצומעקן זייערע קאמוניקאציעס און איר געווארנט קיינעם נישט צו דערציילן איבער זייער סעקסועלע באציאונגען.  דער באשולדיגטער האט אויך אויסגעניצט זיין פאזיציע אלס א פירנדער מיטגליד פון זייער קאמיוניטי אויף שטיל צו מאכן דעם קרבן, זיך גרויס געהאלטן איבער זיינע פארבינדונגען מיט געזעץ אינפארסירער און איר געווארנט אז עס וועט איר חרוב מאכן דאס לעבן אויב פארציילט זי עמיצן איבער זייערע באציאונגען. 

די רעגירונג׳ס קעיס ווערט געפירט דורך דעם אפיס׳ס ציווילע רעכטן אפטיילונג.  אסיסטענט יונייטעד סטעיטס אטוירניס

ערין ריעד און דזשעני נגאי זענען באאויפטראגט מיט׳ן פראקורירן, מיט הילף פון ליטיגאציע אנאליסט רייען קאסטלי. 

Contact

 

דזשאן מארזולי

דאניעלע בלוסטין האס                                  

יונייטעד סטעיטס אטוירני׳ס אפיס

‎(718) 254-6323

Updated November 7, 2023

Topic
Project Safe Childhood